הענרי דער זיבעטער פון ענגלאנד

מלך פון ענגלאנד From Wikipedia, the free encyclopedia

הענרי דער זיבעטער פון ענגלאנד

הענרי דער זיבעטער פון ענגלאנד אדער הענרי טיודאר (28סטן יאנואר 145721סטן אפריל 1509) איז געווען מלך פון ענגלאנד פון 1485 ביז זיין טויט אין 1509. ער האט געגרינדעט די טיודאר דינאסטיע.

גיכע פאקטן געבורט, טויט ...
הענרי דער זיבעטער פון ענגלאנד
Henry VII
Thumb
געבורט 28 יאנואר 1457
פעמבראק שלאס, פעמבראקשיר, וויילס
טויט 21 אפריל 1509 (אלט 52)
ריטשמאנד פאלאץ, סארי, קעניגרייך פון ענגלאנד
מדינה ענגלאנד, וויילס
קבורה ארט וועסטמינסטער אבי
באשעפטיגונג מאנארך
טיודאר דינאסטיע
פאטער עדמאדנד טיודאר
חתימה Thumb
פארמאכן

הענרי׳ס הויפט טענה צום טראן פון ענגלאנד איז געווען פון זיין מוטער דורכן הויז פון באפאר. הענרי׳ס מוטער, דאמע מארגארעט באפאר, איז געווען אן אור־אייניקל פון דזשאן פון גאנט, הערצאג פון לאנקאסטער, דער דריטער זון פון עדווארד דער דריטער, מיט זיין דריטער ווייב קאטערין סווינפארד.

ביאגראפיע

הענרי דער זיבעטער איז געבוירן געווארן אין 1457 צו עדמונד טיודאר און מארגארעט באפאר. זיין פאטער איז געשטארבן צוויי מאנאטן איידער ער איז געבוירן, און זיין 13-יעריגע מוטער איז געבליבן אליין זיין עלטער. זיינע יונגע יארן האט ער געוואוינט אין פראנקרייך.

ער האט געהייראט עליזאבעט פון יארק. זיי האבן געהאט זעקס קינדער:

הענרי דער זיבעטער האט אינוועסטירט אסאך געלט און אויפגעבויט דעם ערשטן ים־פלאט וועלכע האט אנגעהויבן פאטראלירן די וואסערן ווייטער פון די ארומיגע בריטישע אינזלען.

נאך זיין טויט אין 1509, האט אים נאכגעפאלגט ווי מלך פון ענגלאנד זיין זון הענרי דער אכטער.

וועבלנינקען

גיכע פאקטן
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: הענרי דער זיבעטער פון ענגלאנד
פארמאכן
Loading related searches...

Wikiwand - on

Seamless Wikipedia browsing. On steroids.