Remove ads
From Wikipedia, the free encyclopedia
היראָהיטאָ (יאפאניש: 裕仁; 29סטן אפריל 1901 - 7טן יאנואר 1989) איז געווען דער 124סטער קייסער פון יאפאן. ער איז געווען דער לענגסטער קייסער פן יאפאן, פון 1926, ביז ער איז געשטארבן.
זיין טאטע איז געווען דער קרוינפרינץ, און שפעטער קייסער יאשיהוטא, ווען זיין זיידע איז געשטארבן איז היראהיטא געווארן קרוינפרינץ. ער איז געווען דער ערשטער פונעם קייסערס פאמיליע צו באזוכן אייראפע, אלס א טוריסט. אין א האלבע יאר אורלויב וואס ער האט גענומען פונעם ארבעט.
ער האט געהייראט זיין קוזינע פרינצין נאגאקא, און ער האט געהאט מיט איר זיבן קינדער.
זיין פאטער איז געשטארבן 25סטן דעצעמבער 1926, און ער האט אים איבערגענומען, די קרוינונגס צערעמאניע איז פארגעקומען אויפן 10טן נאוועמבער 1928.
זיינע ערשטע יארן, פון 1926 בי 1945, איז דער מיליטער, געווען זייער שטארק פארמישט, אינעם פאליטיק פונעם לאנד. וואס האט צוגעברענט צו זיין צושטימונג צום צווייטע כיניש יאפאנישע קריג, און שפעטער צו די צווייטע וועלט מלחמה.
אסאך מענטשן זען אין אים דער היטלער פונעם ווייטן מזרח, אנדערע טענהן אז ער האט נישט צופיל געהאט מיט די פאליטיק, אדער מיליטער.
אזוי צו אזוי. אום 7טן דעצעמבער 1941, האט ער צוגעשטימט צום יאפאנער אטאקע אויף פערל הארבער. וואס האט אריינגעשלעפט די פאראייניקטע שטאטן אינעם קריג. מענטשן טענהן אז מען האט אים אריינגערעדט, אז דער מיליטער מאכט גרויס פארשריט, בעת פון דער אנהייב האבן זיי טאקע געמאכט, אבער שפעטער האבן זיי געהאט ביטערע דורכפעלער, מאנכע זאגן אז ער האט געארבעט צוזאמען מיטן מיליטער, און ער האט געוויסט גענוי וואס דער סיטואציע איז.
אנהייב האט ער מסכים געווען אונטערצוגעבן זיך, מיט איין באדינג ער זאל בלייבן קייסער, נאכן אטאם באמבאדירונג אויף היראשימע, און נאגאסאקי, האט ער מסכים געווען צו קאפיטאלירן, אן קיין תנאים, אזוי ווי די אליאירטע האבן געוואלט.
דאגלעס מעקארטור, דער אמעריקאנער גענעראל , וואס איז געשעלט געווארן אין יאפאן, האט אים נישט געשטעלט פאר א געריכט, אפילו ווען אסאך האבן אים באשולדיקט אלס קריג פארברעכער, ער האט אים געלאזט ווייטער זיצן אויפן בענקל, אבער ער האט געמוזט מודה זיין צום יאפאנישן פאלק אז ער אז נישט קיין גאט.
ער איז געווארן ווי פארהוילן, מען האט אים נישט געזען אסאך, אלעס מיטן ציל אז ער זאל בלייבן א גאט אין די אויגן פון די יאפאנעזער, אזוי וועט די אמעריקאנער קענען טון וואס זיי ווילן, מיט זיין ווילן אן קיין ווידערשטאנד.
נאכן קריג האט מער נישט טייל גענומען אינעם פאליטיק, אבער ער האט אנגעפירט מיט אפציעלע צערעמאניעס, זיין כח איז געווען סימבאליש. נאכן מלחמה, האט ער זיך פארנומען אסאך, מיט פארבעסערן די דיפלאמאטשע באציאונגען פון לענדער אין דער וועלט מיט יאפאן.
ער איז געשטארבן 1989. און זיין זון אקיהיטא, האט אים איבערגענומען.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.