דריידל
From Wikipedia, the free encyclopedia
Remove ads
From Wikipedia, the free encyclopedia
א דריידל (וועסט-יידיש: טרענדל) איז א טראדיציאנעל שפיל פון חנוכה וואס לויט דער יידישער טראדיציע האבן זיך די קינדער געשפילט אין די צייטן פון די יונים ווען זיי האבן נישט געלאזט לערנען תורה און מען האט געמוזט לערנען באהאלטענערהייט און ווען די יונים זענען געקומען האבן זיי זיך געמאכט ווי זיי שפילען דריידל.
א דריידל איז א קעסטל פון פיר זייטן און עס ווערט שיף פון אונטען און עס האט אן אנכאפער פון אויבן און אויף די פיר זייטן שטייען די פיר אותיות - נ - ג - ה - ש - די אפטייטש איז נישט (גארנישט) - גוט (אדער גאנץ) - האלב - שלעכט (אדער שטעל). שפעטער האט מען אויך געזאגט אז דאס איז מרמז: נס גדול היה שם דאס מיינט א גרויסער נס איז דארט געשען דאס גייט ארויף אויף דעם נס פון דער מנורה אין די צייטן פון די חשמונאים.
דאס שפיל גייט אז יעדער לייגט אריין געלט אין דער באנק און מען דרייט דאס דריידל פון אויבן און מען לאזט עס דרייען ביז עס פאלט אראפ אויף איינעם פון די אותיות אדער קען מען דאס אפשטעלן אינמיטן דרייען. און די פיר אותיות פרעזענטירן דאס שפיל. ביי נאך א גירסה נון מיינט נעם אז דו קענסט נעמן די גאנצע באנק, גימל מיינט געב אז דו דארפסט אריישטעלן אין באנק, היי מיינט האלב אז דו קענסט נעמן א האלבע באנק, שין מיינט שטעלן אז יעדער מוז אריינשטעלן אין דער באנק איז דו קענסט איבערגיין מיטן דריידל ביז דריי מאל.
דער מנהג צו שפילן דריידל אין חנוכה ווערט געברענגט אין ספרים, אויך די חסידישע רבי'ס האבן געשפילט דערין, עס ווערט דערמאנט אין ספר בני יששכר , און אין ספר שיחות הר"ן סימן מ'.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.