From Wikipedia, the free encyclopedia
גלויבן, (העברעאיש - אמונה ענגליש - belief), באציעט זיך צו יעדע זאך וואס דער מענטש האט ערייכט נישט דורך זיין אייגענע איבערצייגונג, נאר דורך גלייבן אן אנדערן וואס האט דאס ערייכט דורך זיין אייגענעם איבערצייגונג.
וויסן באציעט זיך צו יעדע זאך וואס דער מענטש האט ערייכט מיט אייגענע איבערצייגונג, באנוצנדיג זיך מיט די געפילן – חושים – senses – וואס מען פארמאגט צו ערייכן דעם וויסנטשאפט, צ.ב.ש. זען, הערן, פילן, שמעקען, מאטעמאטישער בארעכנונג, לאגישער בארעכנונג, א.ז.ו. אנדערע וויסנטשאפטליכער מעטאדעס.
גלויבן באציעט זיך צו יעדע זאך וואס דער מענטש "האט נישט ערייכט מיט אייגענע איבערצייגונג", אבער באנוצנדיג זיך מיט זיינע געפילן האט ער דאס ערהאלטן פון איינעם וואס האט דאס ערייכט דורך אייגענע איבערצייגונג. גלויבן באציעט זיך צו יעדע זאך, וואס איז נישט ערייכט געווארן צו דעם גלייבנדן מענטש דורך זיינע אייגענע איבערצייגונג, אבער עס איז ערייכט געווארן צו א געוויסן אנגענומען און פארלעסליכן מענטש, אדער צו מערערע גרויסע פאפולערע מענטשן איז עס ערייכט געווארן, אדער דאס גלייכן, אין א געוויסן מאמענט מיט א קלארער איבערצייגונג, און ס'איז אומאיבערגעהאקט איבערגעגבן צו דעם גלייבנדן מענטש, דירעקט פון די דאזיגע איבערגעצייגטע מענטשן, אן אומאיבערגעהאקטע איבערגעבונג ווי פון א טאטן צו א קינד. [1]
דאס ווארט גלויבן:
דאס ווארט גלייבן ווערט באנוצט אין טאג טעגליכן געשפרעך נישט דירעקט און פארבינדונג מיט גלויבן:
אמונת השם - גלייבן אין אייבערשטן - איז פון די פרינציפן עקרים פון יידישקייט, דער רמב"ם רעכנט דאס דער ערשטער פון די שלושה עשר עיקרים וואס ער האט אוועק געשטעלט.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.