בלינד מיינט אז איינער האט פארלוירן די חוש פון זען מיט די אויגן. אויך איינער וואס קען זען גאר ווייניג און קען נישט דערקענען די פארעם פון די זאכן וואס ער זעט ווערט פאררעכנט בלינד. טייל מענטשן זענען געבוירן בלינד, אבער אפטמאל קומט דאס אלס רעזולטאט פון א קראנקייט אדער פון א שאדן.

Thumb
א בלינדע מאן לײענט א צײכן.
Thumb
דער אלף-בית אין ברייל.

אַ מענטש וועמענס זעאונג איז 3/60 אדער ווייניקער מיט דער בעסטער קערעקשאַן (ווי ברילן) איז בלינד. א דאָקטער דיאַגנאָזירט בלינדקייט.

די מערסט פארשפרייטע סיבות פאר בלינדקייט אין דער וועלט זענען (אין 2002)

  1. קאטאראקטן (47.9%)
  2. גלאקאם (12.3%)
  3. מאקולארישע דעגענעראציע (8.7%)

נאך א סיבה פאר בלינדקייט (ביי יונגערע מענטשן) איז נישט-דערנערונג.

ברייל

צו דערמעגלעכן בלינדע מענטשן צו ליינען האט דער פראנצויזישער לואי ברייל דערפינדן אן אלפאבעט פון געהעכערטע פינטלעך וואס בלינדע קענען אנטאפן.

א ברייל צעל איז געמאכט פון 6 אויפשטיין דאַץ. ברייל איז געניצט צו פארשטעלן פילע שפּראכן ארייַנגערעכנט העברעיש, דייַטש און ענגליש. עס איז שטענדיק געשריבן און געלייענט לינקס צו רעכטס.

גיכע פאקטן
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: בלינדקייט
פארמאכן

Wikiwand in your browser!

Seamless Wikipedia browsing. On steroids.

Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.

Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.