בלום

From Wikipedia, the free encyclopedia

בלום

בלום (אדער בלומען) איז (אדער זענען) דער רעפראדוקציע גליד און סטרוקטור פון די ביימער און געוויקסן וואס זענען אויסגעשטעלט אז זייערע פרוכט אדער אנדערע זאכן וואס זיי האבן אין זיך קערנדלעך צו ווידער רעפראדוצירן.

Thumb
בלומען

נאך די פערטילאזאציע טוען זיך פארציעס פון די בלום אנטוויקלען אין פרוכט אנטהאלטענדיג די קערנדליך אין זיך.

די אויפגאבע פון די בלומען איז צו באשאפען קערענדליך וואס ווערן אנגענומען דורך סעקסואלע רעפראדוקציע - דורך דער פאלינאציע.

ביי אויבערשטע געוויקסן, איז דער קערנדל דער קומענדיגער דור פון די געוויקס, און דער עיקר מיטל צו פארשפרייטן איר מין אויף דער וועלט.

דער בלום ציעט צו זיך בעלי חיים פאר פאלינאציע דורך נעקטאר צורה, פארב אדער שמעק.

דער שמעק פון די בלומען איז בדרך כלל זייער געשמאק און ציעדיג, אבער עס איז אויך דא גאר שרעקליכע שטונקס וואס זייער גערוך פארטרייבט דעם מענשט אבער ציעט צו זיך געוויסע פליגן אדער ענדליכע אינסעקטן.

אחוץ זייער רעפראדוקציע פליכט און אויפגאבע איז בלומען באנוצט און באטראכט פון מענשטן אלס א שיינקייט סימבאל וואס מען לייגט אראפ צו באצירן און באשיינען חתונות לוויות און אזוי ווייטער אנדערע צערמאניאלע כבוד און ליבע ארויסווייזונגען.

זעט אויך

Loading related searches...

Wikiwand - on

Seamless Wikipedia browsing. On steroids.