From Wikipedia, the free encyclopedia
ביינער זענען א טייל פון דעם סקעלעט פון באשעפענישן מיט א רוקנביין . זיי באַשיצן גלידער אין דעם קערפער.[1]
די ביינער זענען דער גערעם פון דעם קערפער . אָן זיי וואלטן מענטשן און בהמות נישט געקענט שטיין, און געבליבן אַ הויפן פון גלידער אויף דער ערד.
דער קאפשארבן באשיצט דעם מוח און די ריפן באַשיצן דאס האַרץ און די לונגען. די קינבאק (בארדביין) און באקנביינער שטיצן די מוסקלען פונעם פנים, וואָס לאזט מענטשן שמייכלען. דער ברוסטקרסטן באשיצט דאס האַרץ און די לונגען, דער בעקן באשיצט די רעפּראָדוקציע גלידער און די חוליות פון דער שדרה באַשיצן די חוט-השדרה.
ביינער דאַרף מען אויסהאלטן מיט קאַלציום פון עסנווארג ווי מילך, און טונקעלע ירקות בלעטער ווי שפּינאַט. דער ביין מאַרך אינערהאלב די גרעסערע ביינער שאפט רויטע בלוט צעלן .
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.