From Wikipedia, the free encyclopedia
ביאלא איז א חסידות וואס שטאמט פון רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש פון ביאלע.
דער ערשטער רבי איז געווען רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש, מחבר פון "דברי בינה". זיין פאטער איז געווען רבי נתן דוד פון שידלאווצע, א זון פון רבי ירחמיאל פשיסחער, דער זון פונעם ייד הקדוש, און זיין שווער איז געווען רבי יהושע אסטראווער, א זון פון רבי שלמה לייב פון לענטשנא, א תלמיד פון ייד הקדוש.
נאך זיין שווערס פטירה אין תרל"ג, האט מען אים געקרוינט מיט אדמו"רות. צו אים זענען געקומען די חסידים פון זיין פאטער און אויך די חסידים פון זיין שווער. ווען ער איז נפטר געווארן אין תרס"ה האט ער איבערגעלאזט פיר זין:
דער יוגנסטער זון פון רבי יצחק יעקב איז געווען
דריי ברידער זענען אנגעקומען קיין ארץ ישראל מיט דער עלייה פון טעהראנער קינדער. און זיי זענען אריין לערנען אין דער פאנאוועזשער ישיבה.
נאך דער פטירה פון ר' יחיאל יהושע האבן די חסידים וואס זענען געווען ביי רבי יחיאל יהושע זצוק"ל מכתיר געווען דעם יונגסטן זון הרב ר' בן ציון שליט"א אלס רבי. ער איז אויך געווארן דער שטאטס רב פון דער חשובע לוגאנא קהילה אין דער שווייץ נאך פאר זיין טאטנ'ס פטירה. און איז באקאנט אלס גרויסע גאון און למדן, און מחבר פון צענדליגע ספרים "מבשר טוב" פון שיעורים און חידושים על הש"ס, און מיט צענדליגע ספרים "מבשר טוב" בחסידות. זיינע בתי מדרשים זענען פארשפרייט אין גאנץ ארץ ישראל: אין ירושלים צוויי בתי מדרשים חוץ פון דעם גרויסן בית המדרש פון דעם רבי'ן אין עזרת תורה געגנט, אין בני ברק צוויי בתי מדרשים, אין בית שמש צוויי בתי מדרשים, אין ביתר צוויי בתי מדרשים, אויך שטיבלעך אין צפת, חיפה, אשדוד און מודיעין עילית, און אין לאנדאן, ענגלאנד. און הונדערטער בחורים און משפחות זענען זיך מסתופף בצל קדשו.
ביים סוף פון דער שבעה פונעם חלקת יהושע, האט מען אויפגענומען ר' דוד מתתיהו, וואס האט אויף געשטעלט און געווען ראש ישיבה פון ביאלער ישיבה, צו ווערן רב פון די ביאלער חסידים אין בני ברק.[1] אפאר חדשים נאך דער פטירה פון זיין טאטן איז ער אויך געווארן רבי, און א טייל פון זיין טאטנ'ס חסידים זענען געקומען צו אים און מכתיר געווען. זיין בית המדרש האט ער אויפגעמאכט אין בני ברק, און ירושלים. [2] ער איז געווען באוואוסט פאר זיין ווארעמען דאווענען.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.