אַנדאָרע, אפיציעל די פרינציפאַליטעט פון אַנדארע, איז אַ לאַנד אין די פירענעען בערג אין אײראָפּע, צווישן פראנקרייך און שפאניע. איר הױפּטשטאָט איז אַנדאָראַ לאַ װײאַ. די אפיציעלע שפראך איז קאטאלאניש. אנדארע האט דער צווייטער גרעסטער דערווארטעטער לעבנס־געדויר אין דער וועלט, 82.1 אין 2009. די צוויי פרינצן פון אנדארע זענען דער פרעזידענט פון פראנקרייך און א שפאנישער בישאף, אבער, זייט 1993, ווערט דאס לאנד געפירט דורך א פרעמיער מיניסטער און א פארלאמענט.

פרינציפאליטעט פון אנדארע
Thumb
פאן אַנדארע
Thumb
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
Thumb
אָרט פֿון אַנדארע
קאָנטינענט אייראפע
אָפֿיציעלע שפּראַך קאטאלאניש
הויפּטשטאָט אנדארא לא וועלא 42°30′N 1°31′E
רעגירונג פרינציפאליטעט און
פארלאמענטארישע דעמאקראטיע
פרינץ
פּרעמיער מיניסטער
וויוועס סיציליא און עמנואל מאקראן
זשאַומע באַרטומא
גרינדונג דאַטום
1278
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
468 קוואַדראַט ק"מ
191
0.4
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

88,815
194
180.5 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $4.90 ביליאן (177סט)
וואַלוטע איירא
צײַט זאָנע צענטראלע אייראפעישע צייט
אינטערנעט דאָמען ad.
טעלעפֿאָן קאָד 376+

היסטאריע

זייט 788, אין די יארן פון קארל דער גרויסער, וואס האט געשיקט זיין זון צו ראטעווען אנדארע פון אן איסלאמישער אינוואזיע, זענען נישט געווען קיין מלחמות אין לאנד. אנדארע איז א פריניציפאליטעט זייט 988. אין יאר 1278 איז זי געווארן א דיארכיע אומאפהענגיק פונעם קעניגרייך פון אראגאן.


Wikiwand in your browser!

Seamless Wikipedia browsing. On steroids.

Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.

Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.