From Wikipedia, the free encyclopedia
רבי אברהם ישעיהו קארעליץ (י"א חשוון ה'תרל"ט, 1878, קאסעוו - ט"ו חשוון ה'תשי"ד, 1953, בני ברק), איז געווען איינער פון די פירער פון יידנטום אין ארץ ישראל, און דער מחבר פון די ספרים חזון איש.
געבורט |
7 נאוועמבער 1878 י"א חשוון ה'תרל"ט קאסעוו, בעלארוס |
---|---|
טויט |
24 אקטאבער 1953 (אלט 74) ט"ו חשוון ה'תשי"ד בני ברק, ישראל |
קבורה ארט | שומרי שבת בית החיים |
מדינה | ישראל |
באלאנג | מתנגדים |
פאטער | שמריהו יוסף קארעליץ |
רבי אברהם ישעיהו איז געבוירן געווארן י"א חשוון תרל"ט אינעם שטעטל קאסעוו, ליטע, (דעמאלסט אין גראדנער גובערניע, רוסלענדישע אימפעריע, היינט אין בריסקער גובערניע, בעלארוס) צו זיין פאטער, הרב שמריהו יוסף קארעליץ, קאסעווער רב, און זיין מוטער, ראשא לאה, א טאכטער פון הרב קאצנעלבויגן, רב פון קאסעוו און דערנאך פון קאברין.
ביי דער ערשטער וועלט־מלחמה האט ער געוואוינט אין סטויפץ, וואו ער האט געדינט ווי שטאטס־רב ווען דער ארטיקער רב, הרב יואל סאראצקין, איז געווארן פארטריבן פונעם שטעטל. נאך עטליכע יאר איז דער חזון איש אריבער צו מינסק.
אין 1920 האט די משפחה קארעליץ זיך באזעצט אין דער שטאט ווילנע, וואו ער איז געווארן נאנט צום שטאט'ס רב, הרב חיים עוזר גראדזענסקי.
אום ט"ז תמוז תרצ"ג (1933) איז ער ארויף קיין ארץ ישראל, נאכדעם וואס הרב חיים עוזר גראדזענסקי האט געבעטן משה פרוש פון אגודת ישראל צו באקומען סערטיפיקאטן פארן חזו"א און זיין ווייב כדי זיי זאלן קענען וואוינען אין ארץ ישראל.[1]. לויט רפאל האלפערן האט דער חזון איש זיך איינגעשפארט אז מען זאל נישט באקומען דעם סערטיפיקאט דורכן הויפטראבינאט נאר דורך אגודת ישראל[2].
ווען ער איז אנגעקומען אין לאנד איז ער געבליבן עטלעכע טעג ביי הרב דוד פאטאש, ביז ער האט געדונגען א שטוב אין גאולה גאס אין תל אביב. עטלעכע וואכן נאך תשעה באב האט ער געדונגען א דירה אין דער נייער קהילה וואס האט זיך אנטוויקלט אין בני ברק, וואס איז שפעטער געווארן, אין א גרויסער מאס צוליב אים, א פעסטונג פון חרדישן יידנטום אין ישראל.
זומער תרצ"ד (1934) האט דער חזו"א געוואוינט א לענגערע תקופה אין צפת פאר זיין געזונט; במשך דער תקופה האט ער געלערנט בעיקר אינעם בית מדרש פון רבי יוסף קארו אין דער אלטשטאט.
דעצעמבער 1936 איז דער חזון איש געווארן געפערלעך קראנק. מען האט דאס מודיע געווען אומעטום אין דער יידישער וועלט, און מ'האט גערופן דעם עולם צו דאווענען פאר אים.[3]
אין תש"א איז נפטר געווארן ראשא לאה קארעליץ, דעם חזון איש'ס מוטער, אין ירושלים, און מען האט זי קובר געווען דארט.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.