Remove ads
רב פון בערעגסאז און מאד From Wikipedia, the free encyclopedia
הרב אברהם יהודה הכהן שווארץ (א' אב תקפ"ד (1824) – כ"ד תשרי תרמ"ד (1883) איז געווען שטאטס-רב אין בערעגסאז און מאד, אונגארן, און מחבר פון שו"ת ״קול אריה״.
ער איז געבוירן געווארן אין דער שטאט מאַד, אונגארן, צו זיין פאטער ר' פנחס זעליג און מוטער הענדל.[1] ביי די פערצן יאר איז ער געווארן א תלמיד פונעם חתם סופר אין דער פרשבורגער ישיבה. נאך אנדערט האלב יאר איז זיין רבי נפטר געוואר, און ער איז אריבערגעגאנגען לערנען אין דער ישיבה אין ווערבוי ביי הרב בנימין וואלף לעוו. אין יאר תרכ"א האט מען אים אויפגענומען ווי רב אין בערעגסאז, וואו ער האט געפירט א ישיבה מיט עטלעכע פופציק תלמידים.
אין יאר תרמ"א האט מען אים באשטימט רבה פון זיין געבורטס-שטאט מאד, אונגארן. אויך דארט האט ער געפירט א ישיבה ביז זיין פטירה כ"ד תשרי תרמ"ד.
רבי נתנאל פריד פון באלמאז אויוואראש איז געווען זיינס א תלמיד.
ער איז באקאנט ווי א חשובער פוסק בזכות זיין שו"ת ספר "קול אריה". דאס ספר האט מען געדרוקט צום ערשטן מאל אין יאר תרס"ד אין שאמלוי, און איז פארעפנטלעכט געווארן דורך זיין אייניקל – הרב שלמה זלמן עהרנרייך.
הרב שווארץ האט געהאט פינף זין און זעקס טעכטער. א סך פון זיינע קינדער און אייניקלעך האבן געדינט אין רבנות אין אונגארישע קהילות.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.