![cover image](https://wikiwandv2-19431.kxcdn.com/_next/image?url=https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/0/0b/Pa%25C5%2582ac_Ogi%25C5%2584skich_w_Siedlcach_2.jpg/640px-Pa%25C5%2582ac_Ogi%25C5%2584skich_w_Siedlcach_2.jpg&w=640&q=50)
שעדליץ
From Wikipedia, the free encyclopedia
שעדליץ (פּויליש: Siedlce, רוסיש: Седльце, סעדלעץ) איז א שטאט אין מזרח פוילן מיט 77,092 איינוואוינער ( אין 2005). זייט 1999 איז די שטאט פלאצירט אין דער מאזאוויער וואויוואדעשאפט; פריער איז ער געווען די הויפשטאט פון א באזונדערער שעדליצער וואויוואדעשאפט (1975–1998).
די באפעלקערונג פארלאזט שטעט אין מזרח פוילן און ציט זיך אריבער אין מערב. לעצטנס טוען 14 פראצענט פון ארבעט־געבער רעפארטירן א מאנגל פון ארבעטער.
די שטאט, וואס געהערט צום היסטארישן פראווינץ פון קליינפוילן, איז געגרינדעט פארן 15טן יארהונדערט און ווערט דערמאנט אין א דאקומענט פון 1448. אין 1503 האט דניאל שעדלעצקי געבויט א ניי דארף מיטן זעלבן נאמען דערלעבן. אין 1547 איז די שטאט געשאפן פון די צוויי דערפער און האט באקומען מאגדעבורג רעכט פון קעניג זיגמונט דער אלטער.
אינעם צווייטן וועלט קריג זענען מער ווי העלפט פון די געביידעס אין דער שטאט פארניכטעט געווארן. די גאנצע יידישע באפעלקערונג זענען אומגעקומען אין דעם חורבן.