באן פראיעקט אין לאנדאן From Wikipedia, the free encyclopedia
קרייצבאן איז א 118-קילאמעטער (73-מייל) אייזנבאן ליניע אינמיטן אנטוויקלונג אין לאנדאן און די היים גראפנטשאפטן בארקשיר, באקינגהאמשיר און עסעקס, מיטן צוועק פון שאפן א נייע מזרח-מערב רוטע אריבער לאנדאן און פארזארגן א נייע הויך־פרעקווענץ צופארער און פארשטאטישע פאסאזשירן באדינונג. קאנסטרוקציע פון דער ליניע האט אנגעהויבן אין 2009, און דער צענטראלער טייל און א גרויסער אפטייל פון דער ליניע, צווישן פאדינגטאן אין צענטראל לאנדאן און עבי וואוד אין דרום־מזרח, האט געדארפט עפענען אין דעצעמבער 2018; ענדליך איז די ליניע נאך נישט אפן אין 2022. ווען די באדינונגען הייבן אן וועט מען רופן די ליניע מיטן נאמען עליזאבעט ליניע נאך דער מלכה עליזאבעט די צווייטע.[1]
קרייצבאן Crossrail | |
אינפֿא | |
---|---|
טיפ | פארשטאטיש |
סיסטעם | נאציאנאלע באן |
סטאטוס | ביי קאנסטרוקציע |
לאקאציע | גרויסלאנדאן; בארקשיר, באקינגהאמשיר, עסעקס |
סוף-סטאנציעס | מזרח: עבי וואוד / שענפילד מערב: היטרוי ערפארט / רעדינג |
צאל סטאנציעס | 40 (פלאנירט) |
אפעראציע | |
פארוואלטער | MTR קארפאראציע |
באוועגלעכער סטאק | קלאס 345 9 וואגאנען אין א באן |
טעכניש | |
ליניע-לענג | אומגעפער 118 ק״מ |
עלעקטריפֿיקאציע | 25kV 50 Hz AC (אויבן-ליניעס) |
העכסטע גיך | 140 ק״מ א שעה/ (90 מייל א שעה) |
איינער פון די מזרח צווייגן, צווישן ליווערפול סטריט און שענפילד אין עסעקס, איז אריבערגעגעבן געווארן צו א צייטווייליגע באדינונג וואס הייסט TfL באן אין 2015; דעם אפצווייג וועט מען באהעפטן צו דער צענטראלער רוטע אדורך צענטראל־לאנדאן קיין פאדינגטאן. דער מערבדיקער אפטייל פון פאדינגטאן קיין היטרוי ערפארט און רעדינג אין בארקשיר, האט אנגעהויבן אפערירן אין דעצעמבער 2019.
ביי ביידע עקן פונעם צענטראלן הארץ צעטיילט זיך די ליניע אין צוויי צווייגן: אין מזרח, קיין עבי וואוד און שענפילד אין עסעקס, און אין מערב, קיין היטרוי פליפעלד און רעדינג אין בארקשיר.
מען האט באשטעטיקט דעם פראיעקט אין 2007 און קאנסטרוקציע האט אנגעהויבן אין 2009 אויפן צענטראלן אפטייל און פארבינדונגען מיט עקזיסטירנדע ליניעס וואס וועלן ווערן א טייל פון דער רוטע.[2] מען האט באשילדערט קרייצבאן איינעם פון אייראפע׳ס גרעסטע אינפראסטרוקטור קאנסטרוקציע פראיעקטן.[3][4][5] זיין הויפט אייגנשאפט איז 21 ק״מ פון נייע צווילינג טונעלן דורך צענטראל־לאנדאן. די דאזיקע טונעלן וועלן גיין פון פאדינגטאן קיין סטראטפארד און קאנערי ווארף אין מזרח.[6] א כמעט אינגאנצן נייע ליניע וועט זיך אפצוייגן פון דער הויפט ליניע ביי ווייטשעפל צו קאנערי ווארף, ארונטערגיין דעם טייך טעמז, מיט א נייע סטאנציע ביי וואוליטש, ענדלעך פארבינדן זיך מיט דער צפון קענט ליניע ביי דער עבי וואוד סוף־סטאנציע.
קרייצבאנ׳ס צענטראלער יאדער אפטייל וועט ניצן נייע מזרח-מערב צווילינג טונעלן אונטער צענטראל־לאנדאן, וואס שפאלט זיך אין צוויי צווייגן ביי יעדן עק. די טונעלן זענען לאנג בערך 22 קילאמעטער (14 מייל) .
אין מזרח, שפאלט זיך די ליניע ביי ווייטשעפל, מיט איין צווייג פארנדיק אריבער דער עקזיסטירנדע גרויסאיסטערן הויפטליניע אדורך סטראטפארד צו שענפילד, און דער אנדערער צווייג דורך קאנערי ווארף ארויסקומענדיק פונעם טונעל ביי קאסטאם הויז אויף א נישט־באניצטן טייל פון דער נארד לאנדאן ליניע, און ממשיך ווייטער אונטערן טייך טעמז קיין עבי וואוד.
צו מערב, פארבינדט זיך די רוטע מיט דער גרויסמערבדיקער הויפליניע ביי פאדינגטאן און פארט קיין הייז און הארלינגטאן, וואו זי צעשפאלט זיך. איין צווייג גייט נאר קיין היטרוי צענטראל (פאר טערמינאלן 2 און 3) און היטרוי טערמינאל 4, און דער אנדערער צווייג פארט אריבער די עקזיסטירנדע הויפט ליניע קיין רעדינג.[7][8]
דער הויפט מערבדיקער אפטייל גייט אויף דעם אייבערפלאך פון רעדינג ביז אקטאן הויפט ליניע. מען טוט אויסבעסערן די סטאנציעס מיידנהעד, טאפלא, בערנהאם, סלא, לענגלי, אייווער, וועסט דרייטאן, הייז און הארלינגטאן, סאדאל, האנוועל, מערב אילינג, אילינג בראדוויי און אקטאן הויפט ליניע.
די צענטראלע טונעלן גייען פון א פארטאל א ביסל מערב פון פאדינגטאן קיין ווייטשעפל, און דער טונעל ציט זיך ווייטער קיין סטראטפארד און קאנערי ווארף.
די נייע סטאנציעס זענען פאדינגטאן, באנד סטריט, טאטנהאם קארט ראד, פארינגדאן, ליווערפון סטריט און ווייטשעפל, מיט איבערבייטן צו לאנדאנער אונטערגרונט און אנדערע נאציאנאלע באן באדינונגען. די סטאנציעס אין דעם צענטראלן אפטייל האבן אלע באזונדערן ארקיטעקטור ביים גאס ניווא; ביים פעראנען ניווא זענען אלע גלייך, כולל הויכע פעראנען טירן מיט אינפארמאציע טאוועלן.
צוליב דער גרייס און לאקאציע פון די נייע פעראנען, איז פארינגדאן סטאנציע אויך פארבונדן פון בארביקאן סטאנציע און ליווערפון סטריט מיט מורגייט סטאנציע.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.