קעמברידזש
שטאט אין ענגלאנד / From Wikipedia, the free encyclopedia
די שטאָט קעמברידזש (ענגליש: Cambridge) איז אן אוניווערסיטעט־שטאָט און די גראפנשאפט שטאט פון קעמברידזשיר, ענגלאנד. קעמברידזש געפינט זיך אויפן קעם טייך, בערך 80 ק"מ צפון פון לאנדאן. ביים 2011 צענזוס האט קעמברידזש געהאט א באפעלקערונג פון 123,867 (כולל 24,488 סטודענטן). דער ערשטער שטעטל טשארטער האט מען געגעבן אין דעם 12טן יארהונדערט, אבער דעם סטאטוס פון א שטאט האט קעמברידזש נאר באקומען אין 1951.
|
קעמברידזש איז מערסט באוואוסט וועגן דעם אוניווערסיטעט פון קעמברידזש, געגרינדעט אין 1209 און איינער פון די פינעף בעסטע אוניווערסיטעטן אין דער וועלט. היינט האט קעמברידזש אויך א געלונגענעם הויך־טעכנאלאגיע צענטער, גערופן "סיליקאן פֿען". קעמברידזש ליגט לעבן די M1 און A14 שאסייען, און מען קען דערגרייכן קעמברידזש פון לאנדאן קינגס קראס מיט א נישט־אפשטעלנדיגער באן אין 50 מינוט.