From Wikipedia, the free encyclopedia
א קאָנסאָנאַנט איז א טערמין אין לינגוויסטיק וואס באשילדערט איינעם פון די צוויי עיקר סארטן פאנען וואס זענען פאראן אין אלע נאטירלעכע שפראכן, וואס זענען קאנסאנאנטן און וואקאלן. פארשונג אין קאנסאנאנטן, וואס איז א טייל פון דער פארשונג אין אלע פאנען פון א שפראך, געהערט צו די געביטן פון פאנעטיק און פאנאלאגיע וואס געהערן צו לינגוויסטיק. מען פראדוצירט א קאנסאנאנט מיט אדורכפירן א שטראם פון לופט וואס ווערט אין געוויסן מאס אפגעהאלטן אין דעם מויל אדער דעם האלדז, אנדערש ווי א וואקאל, וואס ווערט אינגאנצן נישט אפגעהאלטן.
אין א ווארט קען אמאל קומען איין קאנסאנאנט באזונדער, אדער א גרופע פון צוויי אדער מער קאנסאנאנטן. צו שאפן א טראף דארף ווערן צוגעלייגט צום קאנסאנאנט (אדער צו דער גרופע קאנסאנאנטן) א וואקאל.
א קאנסאנאנט קען זיין שטימיק (למשל "ג") אדער אומשטימיק (למשל "ק"). די 20 קאנסאנאנטן אין יידיש זענען: ב, ג, ד, ה, װ, ז, זש, ט, י, כ, ל, מ, נ, ס, פ, פֿ, צ, ק, ר, ש. (די אותיות בֿ, ח, כּ, שׂ, תּ און תֿ וואס קומען אין ווערטער פון לשון הקודש רעדט מען אויס גלייך ווי די קאנסאנאנטן װ, כ, ק, ס, ט און ס). דער אות "י" ווערט אויך געניצט ווי א וואקאל.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.