צווייטע וועלט-מלחמה
די גרעסטע קריג אין דער מענטשליכער היסטאריע / From Wikipedia, the free encyclopedia
די צווייטע וועלט־מלחמה אדער די צװייטע װעלטקריג איז געווען די גרעסטע קריג אין דער מענטשליכער היסטאריע. ער איז אויך דער איינציגסטער קריג אין וועלכן די אטאם באמבע איז גענוצט געווארן. די מלחמה האט אריינגענומען די גארע וועלט.
צווייטע וועלט־מלחמה | |||||||||||||||||||||||||||||
|
אלץ האט זיך אנגעהויבן י"ז אלול ה'תרצ"ט - (1טן סעפטעמבער, 1939), ווען די דייטשע ארמיי האט פלוצלונג אינוואדירט פוילן. צוויי טעג שפעטער האבן ענגלאנד און פראנקרייך דעקלערט קריג קעגן דייטשלאנד, און מיט דעם האט זיך אנגעהויבן די צווייטע וועלט־מלחמה.
די צווייטע וועלט־מלחמה האט אנגעברענגט דעם גרעסטן חורבן אויף דער וועלט אין דער מענטשליכער היסטאריע. עס האט זיך געצויגן זעקס יאָר פון 1939 ביז 1945, און האט מיט דער צייט אריינגעשלעפט אלע וועלטמאכטן און רוב קלענערע לענדער פון דער וועלט.
די קאסטן פון דער קריג -- אין געשטארבענע, געליטענע, און אייגנטום פארניכטונג -- איז געווען אומגעהויער גרויס. די צאל געשטארבענע דורכאויס דער קריג איז געווען 62,000,000, אדער צוויי מיט א האלב פראצענט פון דער וועלטס באפעלקערונג. מיליאנען זענען פארבליבן היימלאז. פילע שטעט אין אייראפע און אזיע זענען טיילווייז אדער גענצליך חרוב געווארן דורך די לופט באמבאדירונגען, און ריזיגע שטרעקעס לאנד זענען פארוויסט געווארן.