From Wikipedia, the free encyclopedia
דער ארטיקל דא באשרייבט דאס צאנז-קלויזענבורג'ער חסידות וועלכע איז געגרינדעט געווארן דורך האדמו"ר ר' יקותיאל יהודה האלבערשטאם זצוקללה"ה. פאר אינפארמאציע אויף דעם ארגינעלן צאנזער חסידות וואס איז געגרינדעט געווארן דורך הרה"ק ר' חיים האלבערשטאם זיע"א זעט צאנז (הויף)
קלויזענבורג איז דער נאמען פון א חסידישן הויף וואס איז געגרינדעט געווארן דורך האדמו"ר ר' יקותיאל יהודה האלבערשטאם זצוקללה"ה (א זון פונעם רודניקער רב, הרב צבי הירש האלבערשטאם, וואס איז געווען א זון פון גארליצער רב אן אייניקל פון דברי חיים פון צאנז) וואס האט ממשיך געווען אין דעם וועג פון זיין הייליגן זיידן דעם דברי חיים און זיין זייזען דער יטב לב פון סיגעט.
דער קלויזענבורגער רבי פון קרית צאנז ר' יקותיאל יהודה וואס איז געווען רב פון קהילת הספרדים אין דער שטאט קלויזנבורג, רומעניע, פאר'ן צוויטן וועלט קריג, האט אויפגעבויט יודישקייט און חסידות נאכן קריג און האט גערופן זיינע מוסדות און זיינע שטעטלעך אין ארץ ישראל מיטן נאמען קרית צאנז אויפן נאמען פון זיין זיידן דער צאנזער רב דער דברי חיים זי"ע.
די וואוילטעטיגקייטן פונם רבי'ן זענען נישט נאר געווען פאר זיינע חסידים נאר פאר גאנץ כלל ישראל, ווי ס'איז באוואוסט האט ער אויפגעשטעלט מפעל הש"ס און דעם לאניאדא שפיטאל אין קרית צאנז, נתניה.
נאך דער פטירה פונעם רבי'ן ר' יקותיאל יהודה זענען אויפגענומען געווארן אויף זיין פלאץ:
צאנז קלויזענבורג ווערט גערעכנט היינט אלס איינע פון די גרויסע חסידות'ן איבער דער גארער וועלט, עס האט בתי מדרשות און מוסדות אין:
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.