פרשת מטות
From Wikipedia, the free encyclopedia
מטות איז די ניינטע סדרה אין ספר במדבר. די סדרה הייבט אן קאפיטל ל' פסוק ב' און קאנטשעט קאפיטל ל"ב פסוק מ"ב.
בדרך כלל ליינט מען פרשת מטות צוזאמען מיט דער נעקסטער פרשה, מסעי. נאר זעלטן זענען די צוויי סדרות באזונדער, אין אן עיבור יאר, ווען ראש השנה געפאלט דאנערשטיק, ד"ה א יאר מיטן קביעות השג אדער החא. אויך אין ארץ ישראל, ווען פסח געפאלט שבת, ד"ה א יאר מיטן קביעות בשז אדער גכז. אזוי וועט אויסקומען אז מען ליינט פרשת דברים דעם שבת פאר תשעה באב.[1]