פיטער פען (1953 פילם)
From Wikipedia, the free encyclopedia
פּיטער פּען (ענגליש: Peter Pan) איז אן אמעריקאנישער אנימירטער פילם פון 1953 וואס איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני. ער איז דער 14סטער דיזני אנימירטער פילם אין פולער לענג, און איז באזירט אויף דער שוישפיל "פיטער און ווענדי" פון דזשיימס מעטיו בערי. דער פילם איז ערשטנס באפרייט געווארן דעם 5טן פעברואר 1953, און איז געווען דער לעצטער דיזני אנימירטער פילם פובליצירט דורך RKO ראדיא פילמען. דערנאך האט וואלט דיזני געגרינדעט זיין אייגענע פובליקאציע פירמע מיטן נאמען בוענא וויסטא.
פיטער פען Peter Pan | |
באזירט אויף | "פיטער און ווענדי" פון דזשיימס מעטיו בערי |
רעזשיסאר | קלייד דזשעראנימי ווילפרעד דזשעקסאן העמילטאן לאסק |
פראדוצירער | וואלט דיזני |
דערציילער | טאם קאנוויי |
שטימע אקטיארן | באבי דריסקאל קאטרין בומונט האנס קאנרייד פאל קאלינס טאמי לאסק |
מוזיק | אליווער וואלאס |
סטודיא | וואלט דיזני פראדוקציעס |
פארשפרייטער | RKO ראדיא פילמען |
פארשפרייט | 5טן פעברואר 1953 |
לענג | 76 מינוטן |
לאנד | פאראייניקטע שטאטן |
שפראך | ענגליש |
בודזשעט | $4 מיליאן |
הכנסות | $87,404,651 |