פאנעוועזש
שטאט אין דער ליטע / From Wikipedia, the free encyclopedia
פּאָנעװעזש (ליטוויש: Panevėžys) איז די פינפטע גרעסטע שטאט אין ליטע. ער האט א שטח פון בערך פופציג קוואדראט ק״מ און א באפעלקערונג איבער 119,000 (2004), מערסטנס ליטווינער. די שטאט ליגט אינעם פלוין פונעם טייך נעוועזש. דער נאמען פון דער שטאט באדייט "אוייפן נעוועזש".
נאך אינפארמאציע פאנעוועזש Panevėžys ...
|
פארמאכן
פאנעוועזש געפינט זיך אין צענטראל ליטע אויפן האלבן וועג צווישן ריגא און ווילנע, די צוויי גרעסטע שטעט אין די באלטישע לענדער. זיין צענטראלע געאגראפישע לאקאציע מאכט גרינג דער פארקער דורך גיכע שאסייען און אייזנבאנען צו און פון אנדערע שטעט אין ליטע, ווי אויך צו קעניגסבערג, די הויפטשטאט פון קאלינינגראד גובערניע, א רוסישע ענקלאווע אין ליטע.