פאלינעזיע
טייל פון אקעאניע / From Wikipedia, the free encyclopedia
פּאָלינעזיע (פון גריכיש: πολύς פּאָליס "פֿיל" און גריכיש: νῆσος נעסאָס "אינזל") איז אַן אונטער־ראַיאָן פון אקעאַניע, וואָס באַשטייט פון מער ווי 1,000 אינזלען פאַרשפּרייט איבער צענטראַל און דרום פּאַציפישן אָקעאַן. די אַלט־געזעסענע מענטשן וואָס באַוואוינען די אינזלען פון פּאָלינעזיע ווערן גערופן פּאָלינעזער, און האָבן פילע געמיינזאַמע ענלעכע אייגנשאַפטן כולל שפּראַך־פאַמיליע, קולטור און גלויבנס. היסטאָריש האָבן זיי אַ שטאַרקע טראַדיציע פון זעגלען און ניצן די שטערן צו נאַוויגירן בײַנאַכט.
דעם טערמין פּאָלינעזיע האָט דער פראַנצויזישער שרײַבער שאַרל דע בראָס געניצט צום ערשטן מאָל אין יאָר 1756, און אָריגינעל האָט מען עס געניצט פאַר אַלע אינזלען אין דעם פּאַציפיק.