עפיסטעמאלאגיע
From Wikipedia, the free encyclopedia
עפיסטעמאלאגיע (פון גריכיש ἐπιστήμη עפיסטעמע = וויסן און λόγος לאגאס = שטודיע) איז די פילאסאפיע פון וויסן. עפיסטעמאלאגיע קלערט די פראגעס "וואס איז וויסן?", "וויאזוי באקומט מען וויסן?" און "וויאזוי ווייסן מענטשן זאכן?".
דאס ווארט עפיסטעמאלאגיע נעמט זיך פונעם שאטישן פילאסאף זשיימס פרעדעריק פעריער (1808 - 1864).