סיגוט אדער סיגעט אין רומעניע, איז אַ באַקאַנטע שטאָט פאַר חסידות, דאָרטן האָבן געוואוינט גרויסע רביים פון די סיגעטער גזע וואָס ציעט זיך פון איהעלער רב דער ישמח משה.
דאָרט האָבן משמש געווען ברבנות:
רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים (ה'תקס"ח - ו' אלול ה'תרמ"ג), רב אין סיגעט, דער ייטב לב.
- רבי חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים (ו' סיון ה'תקצ"ו - כ"ט שבט ה'תרס"ד), רב אין סיגעט.
- רבי חיים צבי טייטלבוים (ה'תר"ם- ו' שבט ה'תרפ"ו), רב אין סיגעט.
- רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים הי"ד (ה'תרע"ב - כ"ה אייר ה'תש"ד), רב אין סיגעט.
- רבי משה טייטלבוים (ה'תרע"ה - כ"ו ניסן ה'תשס"ו), רב אין זענטא, סיגעטער רב אין אמעריקא, נאכהער געווארן סאטמארער רבי.
- מרת רויזא בלימא הי"ד ( - ג' שבט ה'תש"ב), די ווייב פון רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם פון ציעשינאוו, א זון פון הרב שמחה ישכר בער האלבערשטאם, רב אין ציעשינאוו.
- מרת דבורה, די ווייב בז"ר פון רבי חיים יצחק אייזיק האלבערשטאם הי"ד (ה'תרנ"ט - ב' סיון ה'תש"ג), רב אין סלאטפינא.
- מרת העסיא, די ווייב בז"ש פון רבי חיים יצחק אייזיק האלבערשטאם הי"ד (ה'תרנ"ט - ב' סיון ה'תש"ג), רב אין סלאטפינא.
- מרת פעסיל הי"ד, די ווייב בז"ר פון רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם (ד' שבט ה'תרס"ה - ט' תמוז ה'תשנ"ד), רב אין קלויזענבורג און אין קרית צאנז,
- מרת חנה, די ווייב פון רבי יחיאל יהודה אייזיקסאן פון חיפה
- רבי יואל טייטלבוים (י"ז טבת ה'תרמ"ז - כ"ו מנחם אב ה'תשל"ט),זון פון "קדושת יום טוב"—רב אין סאטמאר.
- מרת אסתר, די ווייב פון רבי חנוך העניך דוב מייער (ג' אלול ה'תרמ"ד - ז' חשוון ה'תש"ג), רב אין סאסאוו און קערעצקי.
- מרת העסיא, בז"ר די ווייב פון רבי ניסן טייטלבוים, בז"ש די ווייב פון רבי חיים מאיר יחיאל הורוויץ הי"ד (ה'תרל"ט - ד' אלול ה'תש"ב), רב אין ריינזשאוו, א זון פון ישראל הורוויץ, דזשיקאווער רב פון מעליץ.
- מרת שרה, די ווייב בז"ש פון רבי דוד שפירא (ה' שבט ה'תרל"ז - כ"ט שבט ה'תרפ"ד), רב אין בוקאווסק.