סיגעט
From Wikipedia, the free encyclopedia
סיגעט (רומעניש: Sighetu Marmaţiei, אוקראיניש: Сигіт, אונגאַריש: Máramarossziget) איז א שטאט אין מארמאראש, צפון זיבנבערגן, היינט אין מאראמאראשער קאנט. (דאס ווארט סיגעט Sziget איז טײַטש אינזל אויף אונגאריש.) זי איז געווען אונטער דער הערשאפֿט פון עסטרייך־אונגארן ביז דער ערשטער וועלט מלחמה. נאכהער איז זי אריבער צו רומעניע, און אין יאר 1940 איז זי אריבערגעפירט צו אונגארן. נאך דער צווייטער וועלט מלחמה איז זי צוריק צו רומענישער הערשאפֿט.
מ׳זאל נישט צעמישן דעם ארטיקל, וואס באהאנדלט א שטאט אין רומעניע, מיטן ארטיקל "סי געיט", וואס באהאנדלט א געגנט אין ברוקלין.
נאך אינפארמאציע סיגעט Sighetu Marmaţiei ...
|
פארמאכן