סאנדאנס
From Wikipedia, the free encyclopedia
סונדאַנס פֿילם פֿעסטיוואַל (ענגליש: Sundance Film Festival) איז דער גרעסטער זעלבשטענדיגער פילם-פֿעסטיוואַל אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
דער פעסטיוואל קומט פאר אין די צוויי שטעט פארק סיטי און סאלט לייק סיטי, אין יוטא איין מאָל אַ יאָר אין יאנואר, אוואו עס ווערן אויפגעשפילט די בעסטע נייע פילמען, קורצע און לענגערע, און ענליכעס.
צווישן א צאל פון איבער פיר טויזנט נייע פילמען, ווערט אויסגעקליבן ביילייפיג העכער 60 בעסטע פילמען, און דאס ווערט מיינסטנס געצייגט ביים טייערן פעסטיוואל. עס ווערט געשאצט, אז ווען מ'זאל אויסציען אלע פילמען וואס ווערן אויפגעשפילט דארט, וועט עס זיין 3000 מייל לאנג.
דער פֿעסטיוואַל ערהאַלט א פאַרמעסט, צווישן די גאר בעסטע דראמעס און אייגנ'פראדוצירטע דאָקומענטאַריעס, און לויט דעם ווערט געשאנקן די אויסצייכענונגען. אבער עס ווערט אויך פארטיילט געוויסע פרעמיען, נישט אין ציל פונעם פארמעסט.
די 10-טאָג פֿעסטיוואַל ברענגט איבער 50,000 באטייליגער, צו פּאַרק סיטי, יוטאַ, יעדעס יאר אום יאנואר, צו פייַערן די פאכמאנישע אַרבעט, פון די צענדליגע אומאפהענגיקע געשיכטע ערציילונגען אין פילם.