From Wikipedia, the free encyclopedia
רבי משה הורוויץ זצ"ל (דער צווייטער) (ה'תר"ס - ה'תש"ב), דער ראזוואדאווער רב.
רבי משה'לע איז געבוירן אין יאר ה'תר"ס (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב אפרים הורוויץ, א זון פון הרב צבי הירש הורוויץ, רב אין ראזוואדאוו, א זון פון הרב משה הורוויץ רב אין ראזוואדאוו, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב אברהם חיים הורוויץ דער פלאנטשער רב.
רבי משה'לע האט געפירט א ביטערן קאמפף מיט זיין עלטערן ברודער רבי נפתלי איבער דעם רבנות פון ראזוואדאוו, זיי האבן זיך אויסגעמיטן פון צו טרעפן אפילו אויף שמחות, נאר פורים האבן זיי זיך געשיקט משלוח מנות אנאנד. דער גרעסער טייל פון שטאט האט אים געשטיצט וועגן זיין קלוגשאפט און זיין יראת שמים און האלטנדיג אים פאר מער למדן. נאך א דין תורה זענען ביידע געבליבן רבנים רבי נפתלי אויף א דריטל פון געהאלט, און רבי משה'לע אויף צוויי דריטל.
רבי משה'לע איז אנטלאפן פון די נאציס ימ"ש ביז קיין לודמיר, דארט האבן זיי אים געכאפט און ווילינדיג אים פארברענען איז ער אליין אריין געשפרינגען אין פייער אנגעהילט אין טלית און תפילין, הי"ד.
רבי משה'לע האט געהייראט מרת אלטע חיה א טאכטער פון הרב אלעזר הורוויץ רב אין גראדזיסק. זיי זענען אומגעקומען אויף קידוש השם צוזאמען מיט זייערע קינדער:
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.