From Wikipedia, the free encyclopedia
אומגעיוירט טייג וואס איז געבאקן הייסט מצה אויף לשון קודש.
אמאל פלעג מען באקן מצות נאר ביי האנט אבער בערך אין יאר ת"ר האט מען אנגעהויבן צו באקן מצות מיט מאשינען. די ערשטע מאשינען האבן נישט געטויגט, און די "מצות" האבן געהאט א גרויסן חשש חמץ. שפעטער האט מען פארבעסערט די מאשינען, און היינט ווערן געבאקן רוב מצות אויף דער וועלט אין מאשין בעקערייען.
חסידים זענען דאך מקפיד נישט צו עסן מאשין מצות פסח נאר האנט געבאקענע מצות. ס'זענען דא האנט מצה בעקעריי אין פארשיידענע ערטער אין ארץ ישראל, אמעריקע און אייראפע.
מע קען מאכן אסאך מאכלים פון מצה אדער מצה מעל למשל מצה בריי און קניידלעך.
=
מצה עסט מען פסח אויפדערנאכט ביים סדר, אלס א זכר צו דעם וואס ווען די אידן זענען ארויסגעלאזט געווארן פון פארשקלאפטקייט אין מצרים האט מען נישט געהאט קיין צייט צו זויערן דאס טייג. און די זיבן פאלגנדע טעג אנשטאט ברויט, ווייל פסח טאר מען נישט עסן חמץ.
ביים סדר איז א מצווה צו עסן מצה. דער שולחן ערוך רעכנט אויס פינף כזיתים וואס מען דארף עסן ביים סדר: צוויי פאר מוציא־מצה, איינס פאר כורך, און צוויי צום אפיקומן.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.