From Wikipedia, the free encyclopedia
א מאַנצביל איז א זכר פון דעם באשעפעניש מענטש.
ווען ער איז געבוירן איז ער נאך א קינד. ווען ער הייבט אן צו גיין איז ער א יינגל. נאך דער בר מצווה (ביי יידן, ד"ה ווען ער איז אלט 13 יאר) הייסט ער א בחור, און ווען ער האט חתונה רופט מען אים א מאַן.
צו זיינע עלטערן איז ער א זון. צו זיינער קינדער איז ער זייער פאטער, צו זיינע אייניקלעך זיידע און צו זיינע אוראייניקלעך עלטער־זיידע.
א מאנצביל ירשנט אן X-כראמאזאם פון זיין מוטער און א Y-כראמאזאם פון זיין פאטער.
א מאנצביל איז ביאלאגיש אנדערש פון א פרוי אין געוויסע סימנים.
דער ערשטער אונטערשייד איז שוין קענבאר ביים געבורט: די געשלעכט גלידער פון א מאנצביל זענען דער פעניס און די ביצים; א מיידל (א יונגע פרוי) האט אנשטאט א מוטערשייד.
ווען דאס קינד ווערט עלטער דערקענט מען אז:
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.