מאזיר
From Wikipedia, the free encyclopedia
From Wikipedia, the free encyclopedia
מאזיר (בעלאַרוסיש: Мазы́р, [maˈzɨr]; פּויליש: Mozyrz; רוסיש: Мо́зырь, [ˈmozɨrʲ]) איז א שטאט אין האמעל פראווינץ פון בעלארוס אויפן פריפעט בערך 210 ק"מ מזרח פון פינסק, 77 ק"מ מערב פון האמעל און 100 ק"מ צפון־מערב פון טשערנאבל. די באפעלקערונג איז 112,500 (2009). מאזיר איז א צענטער פון נאפט ראפינירן, בויען מאשינען און עסן פראצעסירן אין בעלארוס. ער האט איינע פון די גרעסטע נאפט ראפינעריעס אין בעלארוס, וואס פאמפעט 18 מיליאן מעטרישע טאנען א יאר.
|
דער רעכטער ברעג פונעם פריפעט טייך איז אסאך העכער ווי דער לינקער ברעג (ביז 80 מעטער).
מאזיר האט אמאל געהאט א גרויסע באפעלקערונג פון יידן. אין דער צווייטער וועלט מלחמה האבן די נאצי דערמארדעט אסאך יידן אין מאזיר. די היינטיגע שטאט האט עטלעכע אנדענקען צו דער טביחה.
ביי די לעצטע 15 יאר אונטער די קאמוניסטן, פון תשל"ה ביז תש"ן, האבן די מערהייט פון די געבליבענע יידן עמיגרירט, קיין ישראל און אמעריקע.
יאר | יידישע באפעלקערונג | באפעלקערונג סה"כ | % יידן | הערות |
---|---|---|---|---|
1897 | 5631[1] | 8076 | 69.73% | רוסישער צענזוס 1897 |
1927 | ~6000 | 14300 | 42% | סאוועטן צענזוס פון 1927[2] |
1939 | 6307 | 17500 | 36.04% | יידישע באפעלקערונג פאר דער צווייטער וועלט מלחמה[3] |
1970 | 4300 | 48000 | 8.96% | סאוועטן צענזוס פון 1970. באפעלקערונג געפאלן נאך דער חורבן אייראפע און אימיגראציע צו גרעסער שטעט, למשל מינסק, מאסקווע און לענינגראד נאך דער צווייטער וועלט מלחמה. [4] |
1979 | 3600 | 105882 | 3.40% | סאוועטן צענזוס פון 1979. די יידישע באפעלקערונג איז אראפ צוליב עמיגראציע פון סאוועטישע יידן אין ישראל און אמעריקע[4] |
1989 | 3200 | 128000 | 2.50% | סאוועטן צענזוס פון 1989. די יידישע באפעלקערונג איז אראפ צוליב עמיגראציע פון סאוועטישע יידן אין ישראל און אמעריקע[4] |
1999 | 565 | 114000 | 0.50% | די יידישע באפעלקערונג איז אראפ צוליב עמיגראציע פון סאוועטישע יידן אין ישראל און אמעריקע[4] |
2004 | <500 | 111500 | 0.45% |
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.