From Wikipedia, the free encyclopedia
א מאַגנעטיש פֿעלד איז א מאטעמאטישע באשרייבונג פון דעם מאגנעטישן איינפלוס פון עלעקטרישע שטראמען און מאגנעטישע מאטריאלן. דאס מאגנעטישע פעלד ביי א געוויסן פונקט ווערט ספעציפירט מיט סיי א ריכטונג און סיי א גרייס (אדער שטארקייט); אזוי איז עס א וועקטאר פעלד. א מאגנעטיש פעלד ווערט מערסטנס דעפינירט דורכן לארענץ קראפט וואס עס לאזט פילן אויף רירנדיקע עלעקטרישע לאדונגען.
מאגנעטישע פעלדער ווערן פראדוצירט דורך רירנדיקע עלעקטרישע לאדונגען. אין ספעציעלער רעלאטיוויטעט, זענען עלעקטרישע און מאגנעטישע פעלדער צוויי צווישנבאציענדע אספעקטן פון אן איינציגן אביעקט, דער עלעקטראמאגנעטישער טענסאר; דער שפאלט פון דעם טענסאר אויף עלעקטרישע און מאגנעטישע פעלדער ווענד זיך אויף די רעלאטיווער גיך פונעם אבזערוואטאר און דער לאדונג. אין קוואנטן פיזיק ווערט דאס עלעקטראמאגנעטישע פעלט קוואנטיזירט, און עלעקטראמאגנעטישע רעאקציעס קומען ארויס פון א בייט פון פאטאנען.
אין טאג־טעגלעכן לעבן, טרעפט מען מאגנעטישע פעלדער מערסטנט ווי אן אומזעאיקע קראפט געשאפן דורך פערמאנענטע מאגנעטן וואס ציט אויף אייזערנע אביעקטן אדער טרייבט אפ אנדערע מאגנעטן. מאגנעטישע פעלדער ווערן ברייט באניצט דורכאויס מאדערנער טעכנאלאגיע, בפרט אין עלעקטרישער אינזשעניריע און עלעקטראמעכאניק. די ערד שאפט איר אייגענע מאגנעטישע פעלד, וואס איז וויכטיק אין נאוויגאציע. דרייענדיקע מאגנעטישע פעלדער ווערן אויסגעניצט סיי אין עלעקטרישע מאטארן סיי אין גענעראטארן. די צווישנאקציע פון מאגנעטישע פעלדער אין עלעקטרישע מיטלען ווי טראנספארמאטארן ווערט שטודירט אין דעם געביט פון מאגנעטקרייזן.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.