ליבעראליזם
פאליטישע שיטה / From Wikipedia, the free encyclopedia
ליבעראליזם אין פאליטיק וויסנשאפט איז א מעטאד וואס איר געדאנק איז צו ערלויבן יעדן מענטש צו וואקסן עקאָנאָמיש אן גרענעצן. אנדערש איז סאציאליזם וואס די רייכער דאַרפֿן זארגן פאר די ארימעלייט.
די ליבעראלישע צוגאנג האלט אז מען דארף לאזן דעם מענטש זיך אנטוויקלען וויפל נאר ער קען, און די רעגירונג טאר זיך נישט ארײַנמישן אים צו צווינגען אונטערהאלטן שוואכערע מענטשן. אבער כאטש דעם, אויך א ליבעראלישע דעמאקראטישע רעגירונג שטיצט מינימאליש "נאטורלעכע רעכטונגען" פאר די גאר שוואכע אינוואלידע מענטשן, כדי צו שענקען מינימאלישע רעספעקט פארן מענטש צו זיין א "מענטש".
א דעמאקראטישע רעגירונג קען זיך פירן מער ליבעראל אדער מער סאציאליסטיש. למשל די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע פירן זיך מער ליבעראל, און פארשײדענע לענדער אין אייראפע ווצ"ב גרויסבריטאניע, דייטשלאנד, פראנקרייך, מדינת ישראל א.א.וו. פירן זיך מער סאציאליסטיש.