יידישקייט
From Wikipedia, the free encyclopedia
ייִדישקײט אָדער ייִדנטום איז אַן אַברהמישע, מאָנאָטעאיסטישע, עטנישע רעליגיע וואָס מאכט אויס די געמיינזאמע רעליגיע, קולטור, און לעגאַלע טראַדיציע און ציוויליזאַציע פון דעם ייִדישן פאלק.[1]
יידישקייט אלס אַן אָרגאַניזירטע רעליגיע האט זיך אנגעפאנגן אין מיטל מזרח, אין דער בראנדז־עפאכע.[2] אנגעהויבן האט זיך עס אלס יאהוויזם, די רעליגיע פון מלכיות ישראל ויהודה, און עס האט זיך אזוי אנטוויקלט אז ביז סוף זעקסטן יארהונדערט לפני הספירה האט עס שוין געקריגן די צורה פון היינטיגן יידישקייט[3] וועלכע ווערט דעריבער באטראכט אלס איינס פון די עלטסטע מאָנאָטעיסטישע רעליגיעס.[4] ביי יידן ווערט יידישקייט באטראכט אלס דער אויסדרוק פון דעם בונד וואס גאט האט אויפגעשטעלט מיט זייערע אבות, די בני ישראל.[5] יידישקייט אַנטהאלט אַ ברייטע זאמלונג פון כתבים, געפירעכטס, השקפות אין אמונה, און פארמען פון אָרגאַניזירונג.
די תורה, ווי עס ווערט געווענליך פארשטאנען ביי יידן, איז א טייל פון די כתבים וועלכע זענען באקאנט אלס "תנ"ך". דער תנ"ך איז אויך באקאנט ביי וועלטליכע געלערנטע און די נושא פון רעליגיעס אלס דער העברעאישער תנ"ך. איר ביילאגע, די תורה שבעל פה, ווערט רעפּרעזענטירט אין שפּעטערדיגע כתבים ווי מדרש און גמרא. דאס לשון־קודש ווארט תורה קען באדייטן "אויסלערנען", "חק (געזעץ)", אדער "הוראה (אנווייזן)",[6] הגם "תורה" קען אויך ווערן גענוצט אלס א אלגעמיינער טערמין וואס די מכוון איז יעדע יידישן כתב וואס איז מסביר אדער טוט מרחיב זיין אין די אָריגינעלע חמשה חומשי תורה. די תורה, רעפּרעזענטירנדיג די יסוד פון די ייִדישע רוחניות'דיג און רעליגיעזע מסורה, איז אַ טערמין און אַ ריי לערנונגען וואָס זענען בפירוש אויף זיך מעיד די מיינונג אז זי באשטייט פון מינדסטער זיבעציג, און אפשר גאר עד אין סוף, שיטות און אפטייטשן.[7] יידישקייט'ס כתבים, טראדיציעס, און השקפות, האבן שטארק באאיינפלוסט די שפעטערע אברהמישע רעליגיעס, אריינגערעכנט קריסטנטום און איסלאם.[8][9] העברעאיזם, ווי העלעניזם (מתיוונים), האָט געשפילט אַ שטארקע ראָלע אין דער פאָרמירונג פון מערב ציוויליזאַציע, דורך איר ווירקונג אלס אַ יסודת'דיגן הינטערגרונט עלעמענט פאר די התחלה פון קריסטנטום.[10]
אין אידישקייט זענען פאראן פארשידענע רעליגיעזע באוועגונגען, רוב פון זיי זענען ארויסגעקומען פון רבנישע אידישקייט[11][12] וואס האלט אז גאט האט אנטפלעקט זיין תורה און מצוות צו משה רבינו אויפן בארג סיני סיי אין פארם פון תורה שבכתב און סיי תורה שבעל פה.[13][14] היסטאָריש, איז די שטעלונג גענצליך אדער טיילווייז געטראפן געווארן מיט קעגנערשאפט פון פאַרשידענע גרופּעס, ווי די צדוקים און מתיוונים אינעם זמן בית שני;[15] די קראים אין דער פריער און שפעטער מיטל-אלטערישער תקופה; און צווישן חלקים פון די לעטצדיגע נישט-ארטאדאקסישע חלקי היהדות.[16] עטליכע היינטיגע צווייגן פון ייִדישקייט, אַזאַנס ווי הומאַניסטישע ייִדישקייט, קענען אפשר גערעכנט ווערן אלס סעקולאר אָדער אומטהעיסטיש.[17][18] היינט זענען די גרעסטע יידישע רעליגיעזע באוועגונגען די ארטאדאקסישע יידישקייט (חרדי יידישקייט און מאדערן אָרטאָדאָקסישע יידישקייט), קאָנסערוואַטיווע אידישקייט און רעפארם. הויפּט חילוקים צווישן די גרופּעס זענען זייער צוגאַנג צו הלכה, די אויטאָריטעט פון דער רבנות טראַדיציע, און דאס חשיבות און וויכטיגקייט פון מדינת ישראל.[19][20][21] די ארטאדאקסישע יידישקייט האלט אז די תורה און הלכה זענען פון גאט, אייביג און אומבייטיג, און מען דארף זיי שטרענג היטן. קאָנסערוואַטיווע און רעפארם יידישקייט זענען מער ליבעראַל, מיט אבער קאָנסערוואַטיווע יידישקייט פארקויפנדיג א אפטייטשונג פון יידישקייַט'ס פארלאנגן וואס איז מער טראַדיציאָנעליסטיש ווי רעפאָרם.[22] א טיפישע רעפארם פאזיציע איז, אז מען דארף באטראכטן די הלכה אלס א סכום אלגעמיינע גיידליינס אנשטאט ווי א סכום באגרעניצונגען און אבליגאציעס וואס זענען א חוב אויף אלע יידן. היסטאָריש האָבן בתי דין ענפארסירט הלכה; הייַנט, הגם בתי דין עקזיסטירן נאך, איז אָבער דאס היטן ייִדישקייט מערסטנס פרייוויליג.[23] אויטאָריטעט אויף השקפה, אמונה, און הלכה, איז נישט אנגעהאנגן אין איין ספעציפישע מענטש אָדער אָרגאַניזאַציע, נאר אין די כתבי קודש, און אין די רבנים און תלמידי חכמים וואָס טוען זיי אפלערנען.
יידן זענען אַן עטנאָרעליגיעזע גרופּע, אַרייַנגערעכנדיג געבוירענע יידן (דהיינו "עטנישע יידן") און גרים. אין 2019 איז די וועלטס יידישע באפעלקערונג געשטאנן ביי א געשאצטע 14.7 מיליאן, בערך 0.19% פון די גאנצע וועלטס באפעלקערונג.[24] אין 2021 האבן דאן אומגעפער 45.59% פון אלע יידן געוואוינט אין ישראל, און נאך 42.06% אין די פאראייניגטע שטאטן און קאנאדע, רוב פון די איבעריגע וואוינען אין אייראפע, און אנדערע מינאריטעטן זייענדיג פארשפרייט איבער לאטיין אמעריקע, אזיע, אפריקע און אויסטראליע.[25]