From Wikipedia, the free encyclopedia
פאראמעטערס-גרייזן אין מוסטער:אישיות
פאראמעטערס [ ווייב ] געפינען זיך נישט אין דער מוסטער־דעפיניציע
געבורט |
שנות ה־80 של המאה ה־19 ווארשע, רוסלענדישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
6 אקטאבער 1954 ירושלים |
מדינה | פוילן, ישראל |
קבורה ארט | הר המנוחות |
ווייב | רבקה רויזא בת מאיר יוסף אברומוביץ |
הרב יהודה לייב הלוי אשלג זצ"ל (ה' תשרי ה'תרמ"ה 25סטן סעפטעמבער 1884 – י' תשרי ה'תשט"ו 7טן אקטאבער 1954) איז באקאנט דורך דעם פירוש הסולם וואס ער האט געשריבען אויפן זוהר הקדוש.
הרב יהודה לייב איז געבוירן געווארן אין שטאט ליקאווע (פוילן), און האט געלערנט אין ווארשע ביי רבי מאיר שלום ראבינאוויטש, דער אדמו"ר פון קאלושין. ער האט אנגעהויבן לערנען קבלה גאר יונג, און מ'פארציילט אויף אים אז ער פלעגט באהאלטן בלעטער פון זוהר און כתבי אר"י צווישן די בלעטער פון זיין גמרא. נאך דער פטירה פון זיין רבי האט ער ממשיך געווען ביי זיין זון רבי יהושע ראבינאוויטש פון פאריסאוו. ווי אויך פלעגט ער פארן קיין בעלז צום אדמו"ר רבי ישכר דוב. ביי 19 יאר האט ער פארהייראט רבקה, א טאכטער פון זיין פעטער הרב מאיר יוסף אבראמאוויטש, א גערער חסיד וואס האט געוואוינט אין פאריסאוו.
נאך א קורצער תקופה ביי זיין שווער אין פאריסאוו איז ער אריבער אין ווארשע, דארט האט ער באקומען היתר הוראה, און געדינט אלס דיין במשך זעכצן יאר.
ער איז ארויף וואוינען קיין ארץ ישראל ט"ז תשרי תרפ"ב (1921) וואו ער איז אנגעקומען מיט זיין רביצין קיין יפו, און האט זיך באזעצט אין דער אלטשטאט אין ירושלים.
קיין ארץ ישראל איז ער אנגעקומען בעירום ובחוסר כל, און האט נישט געוואלט זיך באנוצן מיט א רבנות שטעלע, נאר האט געארבעט מיט אויסארבעטן קלף פאר סת"ם און מיט מאכן זייף, מיט א מאשין וואס ער האט מיטגעברענגט מיט זיך פון פוילן. א קורצע צייט דערנאך זענען די ירושלימער רבנים געוואויר געווארן פון זיין גדלות, און רבי יוסף חיים זאנענפעלד, האט אים ממנה געווען רב פון דעם גבעת שאול געגנט אין ירושלים[1].
צווישן די יארן 1926–1928 האט ער געוויילט אין לאנדאן דארט האט ער מחבר געווען דעם ספר "עץ חיים" און טייל פון פירוש הסולם.
די צוויי עיקר חיבורים זיינע זענען:
ער האט גערופן זיין פירוש מיטן נאמען "סולם" וואס מיינט לייטער, זאגנדיק מיט דעם אז ווער עס לערנט קבלה מיט דער דאזיגער שיטה קען ווייטער שטייגן אין דעם לימוד אליין, אזוי ווי איינער קריכט אויף א לייטער.
ווי אויך האט ער געשריבען:
ער איז אוועק יום כיפור, י' תשרי ה'תשט"ו (1954), און באערדיגט געווארן אויף הר המנוחות אין ירושלים.
ער האט נישט ממנה געווען קיינעם ספעציעל צו דינען אלס ממשיך, און אסאך סיי פון זיין משפחה אין סיי פון זיינע תלמידים האבן ממשיך געווען פארשפרייטן זיין דרך הלימוד אין קבלה.
א טיילווייזע ליסטע פון דעם ערשטן דור פון די "ממשיכים":
א טיילווייזע ליסטע פון דעם צווייטן דור פון די "ממשיכים":
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.