טראמוויי סיסטעם אין דרום לאנדאן, ענגלאנד From Wikipedia, the free encyclopedia
לאנדאנער טראַמס, פריער טראַמלינק, איז א טראמוויי סיסטעם וואס באדינט קרוידן און ארומיגע געגנטן אין דרום לאנדאן, ענגלאנד. ער האט אנגעהויבן אפערירן אין מיי 2000 מיטן נאמען קרוידן טראמלינק, און איז אזוי געווארן די ערשטע טראמוויי סיסטעם אין לאנדאן זייט 1952. ער געהערט צו לאנדאנער טראמווייען, אן אפטייל פון טראנספארט פאר לאנדאן (TfL), און אפערירט דורך פירסטגרופע.
די נעצווערק באשטייט פון 39 סטאנציעס לענגאויס א וועג פון 28 ק״מ[1], טייל אויף שינעס אין די גאסן וואס האט נאך אנדער פארקער, טייל אויף שינעס אין א באזונדערן טייל פון דער גאס און טייל אויף שינעס נישט אין גאסן איינשליסנדיק געוועזענע באנוועגן.
די נעצווערק האט פיר ליניעס, וואס קומען צוזאמען אין צענטראל קרוידן, מיט מזרחדיקע סוף־סטאנציעס ביי בעקנהאם קנופ, עלמערס ענד און ניי אדינגטאן, און א מערבדיקע סוף־סטאנציע ביי ווימבלדאן, וואו ס׳איז פאראן אן איבערבייט מיט לאנדאנער אונטערגרונט.
טראמלינק האט פיר רוטעס.
רוטע 1 (ליים)
|
רוטע 2 (ליים)
|
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.