טירת כרמל
From Wikipedia, the free encyclopedia
טירת כרמל איז א שטאט, אין חיפה דיסטריקט, אין ישראל. די שטאט געפונט זיך אויף דעם מערב עק פון כרמל בארג. שאסיי 4 פארט אריבער נעבן שטאט, צו צפון קיין חיפה. אויף די פלאץ ווי טירת כרמל געפונט זיך, איז ביז די מלחמת השחרור, געווען אן אראביש דארף, מיטן נאמען א-טירא. דורכאויס ראיאטן און די מאורעות תרצ"ו - תרצ"ט, האבן די איינוווינער אטאקירט יידישע צילן אין די געגנט. ביז ווען די הגנה, האט אין אן אנגריף אנגעפירט דורך פיסגייער זעלנער, און שיפן פון ים פלאט, איינגענומען די דארף אין 16טן יולי 1948, און די איינוווינער זענען אנטלאפן.
|
אין 1949, איז אויפגעשטעלט געווארן צוויי מעברות (איבערגאנגס לאגערן), אויפן שטח פון די אראבישע דארף. אין 1951 איז אויפגעשטעלט געווארן, די טירת כרמל לאקאלע ראט, וואס די צוויי מעברות זענען שפעטער צוגערעכנט געווארן צו די מוניציפאליטעט. אין יאר 1992, איז טירת כרמל איינערקענט געווארן, אלס א שטאט.
לויט די צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק, האט טירת כרמל א באפעלקערונג, פון 18,800 איינוווינער, ריכטיג פאר סעפטעמבער 2009.
דער בירגערמייסטער איז דודו כהן, ערוויילט אין יאנואר 2024.