From Wikipedia, the free encyclopedia
וואונדער וואָמאַן (ענגליש: Wonder Woman; ווערטלעך: "וואונדער פרוי") איז א סופערהעלדין וואס באווייזט זיך אין קאמיקס ביכער פובליצירט דורך DC קאמיקס. זי איז איינע פון די ערשטע פרויען סופערהעלדינס אין אמעריקאנישע קאמיקס און די מערסט בארימטע און איקאנישע פרוי סופערהעלדין אין די וועלט. וויליאַם מאָלטאָן מאַרסטאָן, א פסיכאלאג וואס האט געמיינט אז פרויען קענען זיין שטארק און קרעפֿטיק ווי מענער, האט געשאַפֿן וואונדער וואָמאַן מיט א טייל אינספיראציע פון זיין ווייב עליזאַבעט האָלאָוויי-מאַרסטאָן. וואונדער וואָמאַן האט ערשט אויפֿגעטראָטן אין "אָל-סטאַר קאמיקס #8", וואס איז פובליצירט געווארן אין דעצעמבער 1941. איר ערשטע סאלא קאמיקס בוך האט ערשט דערשיינט אין זומער 1942, מיט די פובליקאציע פון "וואונדער וואָמאַן #1".
אין דעם קאמיקס בוך איז דער אמתער נאמען פון וואונדער וואָמאַן דיאַנע פּרינס (Diana Prince), און זי איז די טאכטער פון קעניגין היפּאָליטע. היפּאָליטע איז די הערשערין פון די אַמאַזאָנס, א ראַסע פון פּאַציפֿיסטישע פרויען פון אן אינזל מיטן נאמען טעמיסקירע (Themyscira, וואס ווערט אויך גערופן "פּאַראַדיס אינזל"). שנעל נאָך אַז סטיוו טרעוואָר, אן אמעריקאנער לופֿטפֿלאָט פּילאָט, קראכט אויף פּאַראַדיס אינזל אין דער צווייטער וועלט-מלחמה, דיאַנע און די אַמאַזאָנס היילן אים און העלפֿן אים קומען צו זיך. דיאַנע באשטימט צו ברענגען אים צוריק אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן; ווען זיי גרייכן דא ווערט זי די סופערהעלדין וואס הייסט וואונדער וואָמאַן. אירע מערסט באקאנטע מעגלעכקייטן זענען איבערמענטשלעכע שטארקייט, גיך און ריפֿלעקסן, און די מעגלעכקייט צו פֿליען. אויך האט זי א מאגישער לאַסאָ וואס צווינגט די וואס ער כאַפּט צו זאגן דעם אמת, און אומברעכיקע בראַסלעטן וואס קענען שטויסן מעטאלכלעך.
צווישן אירע שונאים, די מערסט באקאנטע זענען:
דער ארטיקל וועגן א פֿיקטיוון כאַראַקטער איז א שטומף. ביטע העלפֿט וויקיפעדיע אים פֿארברייטערן. |
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.