דער לייבן-קעניג
From Wikipedia, the free encyclopedia
דער לייבן-קעניג אדער דער קעניג פֿון די לייבן (ענגליש: The Lion King) איז אן אמעריקאנישער אנימירטער מוזיקפילם פֿון 1994 וואס איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני אנימאציע סטודיאס און באפרייט געווען דורך וואלט דיזני פילמען. די געשיכטע פאסירט אין א קעניגרייך פֿון לייבן אין אפריקע, און איז אינספירירט געווארן פֿון וויליאם שייקספיר'ס "האמלעט". דער פילם איז פראדוצירט געווארן אין אן עפאכע וואס מען רופט דער "דיזני רענעסאנס". "דער לייבן-קעניג" איז רעזשיסירט געווארן דורך ראדזשער אלערס און ראב מינקאף און פראדוצירט געווארן דורך דאן האן. זיינע אריגינעלע לידער זענען געשריבן געווארן דורך דער קאמפאזיטאר עלטאן דזשאן און דער ליריקער טים רייס.
דער לייבן-קעניג The Lion King | |
![]() | |
---|---|
רעזשיסאר | ראָדזשער אַלערס ראָב מינקאָף |
פראדוצירער | דאָן האַן |
שטימע אקטיארן | מעטיו בראָדעריק דזשיימס ערל דזשאָנס דזשערעמי אייראָנס דזשאָנאַטאַן טיילאָר טאָמעס מויראַ קעלי נייטען ליין ערני סאַבעלאַ ראָוען עטקינסאָן ראָבערט גיום מעדזש סינקלער וואופּי גאָלדבערג טשיטש מאַרין דזשים קאַמינגס |
מוזיק | האַנס צימער |
רעדאקטירונג | אייווען בילאַנטשיאָ |
סטודיא | וואָלט דיזני פֿילמען וואָלט דיזני אַנימאַציע סטודיאָס |
פארשפרייטער | בוענאַ וויסטאַ פֿילמען |
פארשפרייט | 15טן יוני 1994 |
לענג | 88 מינוטן |
לאנד | פאראייניקטע שטאטן |
שפראך | ענגליש |
בודזשעט | $45 מיליאָן |
הכנסות | $987.5 מיליאָן |