די אינקרעדיבלס
From Wikipedia, the free encyclopedia
די אינקרעדיבלס אדער די אינקרעדיבלער (ענגליש: The Incredibles) איז אן אנימירטער פילם פון 2004, וואס איז געשריבן און אנטוויקלט געווארן דורך ברעד בערד, וואס האט איינמאל רעזשיסירט "די סימפּסאָנס" און איז בעסטנס באקאנט געווען אלס דער רעזשיסאר פונעם אנימירטער פילם "דער אייזן גיגאנט". דער פילם איז פראדוצירט געווארן דורך פיקסאר אנימאציע סטודיאס, און האט געווונען אן אקאדעמיע פריז. "די אינקרעדיבלס" איז ערשטנס אנטוויקלט געווארן אלס א טראדיציאנעלע-אנימירטער פילם, אבער נאך ווארנער ברידער האט איר אנימאציע דיוויזיע געשלאָסן האט ברעד בערד געגאנגען צו פיקסאר מיט דער פילמ'ס געשיכטע.
די אינקרעדיבלס The Incredibles | |
רעזשיסאר | ברעד בערד |
פראדוצירער | דזשאָן וואָקער |
מוזיק | מייקל גיאַטשינאָ |
רעדאקטירונג | סטיווען שאַפֿנער |
סטודיא | וואָלט דיזני אַנימאַציע סטודיאָס פּיקסאַר |
פארשפרייטער | בוענאַ וויסטאַ פֿילמען |
פארשפרייט | 5טן נאָוועמבער 2004 |
לענג | 115 מינוטן |
לאנד | פאראייניקטע שטאטן |
שפראך | ענגליש |
בודזשעט | $92 מיליאָן |
דער פילם פאסירט אין א וועלט וואו עס זענען דא סופּערהעלדן, אבער נאך א גרויסע הערונג באַשטימט די רעגירונג אז אלע סופּערהעלדן דאַרפן מאַסקירן זיך און פירן נארמאלע לעבן. דער הויפט כאראקטער איז באָב פּאַר (אדער "מ"ר אינקרעדיבל"). דער המשך-פילם "אינקרעדיבלס 2" איז באפרייט געווארן אין 2018.