דיסבורג
From Wikipedia, the free encyclopedia
דיסבורג (דײַטש: Duisburg) איז א שטאט אין נארד ריין-וועסטפאליע, דייטשלאנד. דיסבורג האט דער וועלטס גרעסטן אינלענדישן האוון, און איז גאנץ נאנט צו דיסלדארף אינטערנאציאלן פליפעלד, אזוי איז עס געווארן א חשוב ארט פאר האנדל און שטאל פראדוקציע. מיט 495,668 איינוואוינער (2007) איז עס די פינפטע גרעסטע שטאט אין נארד ריין-וועסטפאליע.
דער אוניווערסיטעט פון דיסבורג-עסן האט 33,000 סטודענטן און איז פון די צען גרעסטע אוניווערסיטעטן אין דייטשלאנד.