![cover image](https://wikiwandv2-19431.kxcdn.com/_next/image?url=https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/b/b7/Jakarta_Pictures-4.jpg/640px-Jakarta_Pictures-4.jpg&w=640&q=50)
דזשאקארטא
From Wikipedia, the free encyclopedia
דזשאַקאַרטאַ (פריער באַטאַוויאַ) איז די הויפטשטאט פון אינדאנעזיע און איר גרעסטע שטאט. ער געפינט זיך אויפן צפון־מערב ברעג פון דזשאווא, און האט א שטח פון 661 קוואדראט ק"מ, מיט א באפעלקערונג פון 9,580,000.[1] דזשאַקאַרטאַ איז דער עקאנאמישער, קולטורעלער און פאליטישער צענטער פון לאנד. ער איז די מערסטע באפעלקערטע שטאט אין דרום־מזרח אזיע, און די צענטע גרעסטע שטאט אין דער וועלט.
נאך אינפארמאציע דזשאַקאַרטאַ Jakarta ...
|
פארמאכן
די שטאט איז געגרינדעט געווארן אינעם פערטן יארהונדערט, און איז געווארן א וויכטיקער האנדל פארט פארן קעניגרייך פון סונדא. זי איז געווען די הויפטשטאט פון דער האלענדישער מזרח אינדיע, מיטן נאמען "באטאוויע", און איז געבליבן די הויפטשטאט ווען אינדאנעזיע איז געווארן אומאפהענגיק אין 1945.