From Wikipedia, the free encyclopedia
די רעפובליק פון גהאַנע (ענגליש: Republic of Ghana) איז א לאנד אין מערב אפריקע. זי גרענעצט בארטן פון העלפאנדביין צו מערב, בורקינע פאסא צו צפון, טאגא צו מזרח, און דעם איינגאס פון גיני צו דרום.
רעפובליק פון גהאַנע | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: | |||||
קאָנטינענט | אפריקע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | ענגליש | ||||
הויפּטשטאָט | אקרא 5°33′N 0°15′W | ||||
רעגירונג | רעפובליק | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
דזשאן אטא מילס | ||||
גרינדונג דאַטום |
6טן מערץ 1957 (פון פאראייניגטן קעניגרייך) | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
238,533 קוואַדראַט ק"מ 81 3.5% | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
24,339,838 (2010) 47 102.04 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $35,990 מיליאן (98סט) | ||||
וואַלוטע | גהאנע סעדי | ||||
צײַט זאָנע | UTC | ||||
אינטערנעט דאָמען | gh. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 233+ | ||||
גהאנע האט א באפעלקערונג פון 24 מיליאן מענטשן (געשאצט 2010). די הויפטשטאט איז אקרא. גהאנע איז די צווייטער גרעסטער פראדוצירער פון קאקאא אין דער וועלט. די אפיציעלע שפראך איז ענגליש.
גהאנע איז געשאפן אין 1957 פון צוויי בריטישע קאלאניעס, גאלד בארטן און בריטישע טאגאלאנד. דער ערשטער פרעמיער מיניסטער איז געווען קוואמע נקרומא. שפעטער האבן די מיליטער איבערגענומען די הערשאפט אין לאנד. אין 1992 האט מען אויפגענומען א נייע דעמאקראטישע קאנסטיטוציע. דער ערשטער פרעזידענט אונטער דער נייע קאנסטיטוציע איז געווען דזשערי ראלינגס. דער היינטיגער פרעזידענט איז דזשאן אטא מילס פון דער נאציאנאלער דעמאקראטישער קאנגרעס פארטיי.
גהאנע ווערט צעטיילט אין 10 ראיאנען:
די צוויי גרעסטע שטעט אין גהאנע זענען אקרא (באפעלקערונג 3,963,264) און קומאסי (2,604,909).
גהאנע איז איינער פון די הויפט פראדוצירערס פון גאלד, אין דער וועלט. אויך טוט זי עקספארטירן קאקאא, אויל, האלץ, עלעקטריע, בריליאנטן, באקסיט און מאנגאן.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.