אייזן
From Wikipedia, the free encyclopedia
אײַזן איז א כעמישער עלעמענט מיטן סימבאל Fe (לאטייניש: Ferrum) און אטאמישן נומער 26. עס איז אן איבערגאנג מעטאל. אייַזן איז די מערסטער באניצטער מעטאַל (95% פון גאר דעם מעטאַל געשאפן אין דער וועלט).
דער אקסידאציעצושטאנד (ענגליש: "oxidation state", דײַטש: "Oxidationszustand") פון אייזן קען זיין פארשידן. דאס הייסט אז אן אייזן אטאם קען פארלירן אדער באקומען פארשידענע צאלן פון עלעקטראנען. אין אייזן(II)-סולפאט (ענגליש: "iron(II)-sulphate"/"iron(II)-sulfate", דײַטש: "Eisen(II)-sulfat" אפט אלס "FeSO4" געשריבן) צום ביישפיל איז דער אקסידאציעצושטאנד +2 וואס גיט דעם פרעפאראט א גרינע פארב. דאס הייסט אז דאס אייזן אטאם האט פארלארן צוויי עלעקטראנען, וואס זענען דעלאקאליזירט (ענגליש: "delocalized"/"delocalised", דײַטש: "delokalisiert") ארום דעם סולפאט אניאן (אפט אלס "-SO42" געשריבן). אבער אין אייזן(III)-ניטראט (ענגליש: "iron(III)-nitrate", דײַטש: "Eisen(III)-nitrat" אפט אלס "3(Fe(NO3" געשריבן) איז דער אקסידאציעצושטאנד +3 וואס גיט דעם פרעפאראט א רויטע פארב. דאס הייסט אז דאס אייזן אטאם האט פארלארן דריי עלעקטראנען, וואס זענען דעלאקאליזירט ארום די דריי ניטראט אניאנען (אפט אלס "-NO3" געשריבן).