ענגליש
שפראך / From Wikipedia, the free encyclopedia
ענגליש איז אַ מערב־גערמאנישע שפּראַך וואס שטאמט פון גרויסבריטאניע װאָס װערט היינט גערעדט אלס א מוטער שפראך דורך אַרום 380 מיליאָן פּערזאָנען.
די שטאַטן ווו ענגליש איז אן אפיציעלע שפראך זיינען: גרויסבריטאניע, אירלאנד, קאנאדע, ניו זילאנד, אינדיע, פאקיסטאן, מאלטא, די פיליפינען און סינגאפור, און געציילטע שטאטן אין אפריקע. די פאראייניגטע שטאטן און אויסטראליע האבן נישט קיין אפיציעלע שפראך, אבער פראקטיש ניצט מען ענגליש.
היינטצוטאג איז ענגליש די איינציגסטע וועלט שפראך. ענגליש האט אסאך ווערטער; דאס אקספארד ענגליש ווערטערבוך ברענגט מער ווי 250,000 ווערטער.
ענגליש איז אפיציעל אנערקענט מיט דריי באזונדערע דיאלעקטן, דער אמעריקאנישער, דער בריטישער און דער קאנאדישער.
כאטש ענגליש איז א גערמאנישע שפראך, קומט 60% פון זיין וואקאבולאר פון לאטיין.
ענגליש איז די דריטע גרעסטע מוטערשפראך אין דער וועלט, נאך כינעזיש און שפאניש, און די מערסט פארשפרייטע צווייטשפראך. ענגליש איז אן אפיציעלע שפראך פון די פאראייניגטע פעלקער, דעם אייראפעישן פארבאנד און גאר א סך אינטערנאציאנעלע ארגאניזאציעס. 70% פון רעדער פון גערמאנישע שפראכן רעדן ענגליש.