מטבע
צאלמיטל / From Wikipedia, the free encyclopedia
אַ מטבע (לשון רבים: מטבעות) איז אַ מעטאלענער אָדער פלאסטיקער אָביעקט װאָס האָט געלטיקע װערט. מען באַניצט מטבעות כּדי קויפן זאכן. מיט אַנדערע װערטער, מטבעות זײַנען אַ ממשותדיקע פֿאָרעם געלט, װאָס װערט נישט באַשאַפֿן פֿון פּאפּיר (באנקנאטן). געװײנטלעך, מטבעות זענען קײַלעכיק און שטעלן אױס טעקסט און בילדער. דאָס פֿאָרשן מטבעות הײסט „נומיזמאַטיק.“
היסטאָרישע מטבעות װערן באַשאַפֿן פון גאָלד, זילבער אָדער בראָנדז, הײַנט, שאַפֿט מען מטבעות מיט שטאַל, אַלומיניום און אַנדערע געמײנע מעטאַלן.