מאטעמאטיק
די וויסנשאפט וואס פארנעמט זיך מיט צאלן און פארמען / From Wikipedia, the free encyclopedia
מאַטעמאַטיק איז די וויסנשאפט וואס פארנעמט זיך מיט צאלן און פארמען. מאטעמאטיק מיינט רעכענען, ציילן, און מעסטן. די אפטייל וואס באשעפטיגט זיך מיט פארמען און מאסן הייסט געאמעטריע. די וועג צו אויסגעפינען מאטעמאטיקס-פראבלעמען ווערט געטון דורך פארמולען.
דער וואס באשעפטיקט זיך מיט מאטעמאטיק, צי ווי א לערע אדער ווי א האבי, הייסט א מאטעמאטיקער.
אין אקאדעמיע, איז מאטעמאטיק אן אפטייל פון די פינקטלעכע וויסנשאפט. מיט די לערע קען מען פארשן פיזיק, כעמיע, אסטראנאמיע, סטאטיסטיק און נאך. אויך אין דעם לעבנסשטייגער ניצט מען זיך מיט מאטעמאטיק אויף האנדל און ביזנעס.
קארל פרידריך גאוס (1777–1855) האט גערופן מאטעמאטיק "די מלכה פון די וויסנשאפטן".
מאטעמאטיק איז אינטערעסירט אין נומערן, סטרוקטור, פארעם און ענדערונג. מען שטודירט זיי מיט לאגיק צו שאפן אלגעמיינע כללים פון וואס מען קען אויסלערנען נייע רעזולטאטן.
מאטעמאטיק אנטוויקלט זיך דורך דריי כאראקטעריסטיקן: אבסטראקציע, גענעראליזאציע און דערווייז.
מאטעמאטיק איז א לעבנסנייטיקער געצייג אין פארשידענע געביטן, איינשליסנדיק נאטור-וויסנשאפטן, אינזשעניריע, מעדיצין און געוויסע סאציאל וויסנשאפטן ווי עקאנאמיק און פסיכאלאגיע. פראבלעמען וואס שטאמען פון אנדערע וויסנשאפט צווייגן זענען א קאטאליזאטאר פאר נייע מאטעמאטיקע אויסגעפינען, און טיילמאל אפילו נייע מאטעמאטישע געביטן. אנגעווענדעטע מאטעמאטיק, די צווייג פון מאטעמאטיק וואס באהאנדלט די אנווענדונג פון מאטעמאטישן וויסן צו אנדערע פעלדער, אינספירירט און ניצט נייע מאטעמאטישע אויספינדונגען, ברענגנדיק די אנטוויקלונג פון נייע מאטעמאטישע דיסציפלינען, ווי למשל סטאטיסטיק און שפיל טעאריע. אויך פארנעמען זיך מאטעמאטיקער מיט ריינע מאטעמאטיק, אן קיין שום קלער פון אן אנווענדונג.