אויסטראליע
From Wikipedia, the free encyclopedia
אויסטראַליע איז אַ לאַנד אין דעם דרום האלבקוגל וואָס נעמט ארײַן די יבשה (פֿונעם קלענסטן קאָנטינענט), דעם אינדזל טאַזמאַניע, און נאָך אַ סך אינדזלען אין די אינדישע און פּאציפֿישע אָקעאַנען. איר הױפּטשטאָט איז קאַנבערע. די ארומיגע לענדער זענען אינדאנעזיע, מזרח טימאר און פאפוא ניי גינע צו צפון, די סאלאמאן אינזלען און וואנואטו צו צפון־מזרח און ניו זילאנד צו דרום־מזרח.
קאמאנוועלט פון אויסטראליע | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: | |||||
קאָנטינענט | אויסטראליע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | |||||
הויפּטשטאָט | קאנבערא 35°18′S 149°08′E | ||||
רעגירונג | פעדעראלע דעמאקראטיע | ||||
מאנארך פּרעמיער מיניסטער |
עליזאבעט די צווייטע סקאט מאריסאן | ||||
גרינדונג דאַטום |
1טן יאנואר 1901 | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
7,617,930 קוואַדראַט ק"מ 6טער | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | (18ט) | ||||
וואַלוטע | |||||
צײַט זאָנע | |||||
אינטערנעט דאָמען | au. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 61+ | ||||
דער אײראָפעיִשער ייִשובֿ אין אויסטראַליע האָט זיך אָנגעהויבן ערשט אין דעם 18טן יאָרהונדערט.
זייט 1טן יאנואר 1901, איז אויסטראליע א פעדעראציע מיט זעקס שטאטן און צוויי טעריטאריעס. איר באפעלקערונג איז 22 מיליאן. מיט א שטח פון 7.6 מיליאן קוואדראט ק"מ, איז אויסטראליע דאס זעקסטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט.
די היינטיגע באפעלקערונג אין אויסטראליע שליסט איין מערסטנס ווייסע מענטשן פון א בריטישער אפשטאמונג. די אריגינעלע איינוואוינער פון אויסטראליע און זייערע אפשטאמלינגען זענען טונקל, גערופן אבאריגינערן, וואס זענען היינט 2% פון דער באפעלקערונג. אויך האט אויסטראליע א מינדערהייט פון מער ווי 100,000 יידן וואס וואוינערן מערסטנס אין מעלבארן און סידני.
אויסטראליע איז א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער, גרופע פון 20, קאמאנוועלט, ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג, אנזוס, וועלט האנדל ארגאניזאציע, אזיע-פאציפיק עקאנאמישע קאאפעראציע און דעם פאציפישן אינזלען פארום.